אוישוויץ איז דער דייטשישער נאמען פון א פויליש דערפל מיטן נאמען אשוויענצים (Oświęcim) אין די שטאט האבן די דייטשן געבויעט עטליכע קאנצענטראציע לאגערן און די גרעסטע פארניכטונג לאגער ביי דעם חורבן אין יאר ה'ת"ש (1940). ביי יידן הייסט די שטאט אשפעצין.
דער נאמען אוישוויץ ווארפט א שוידער און א ציטער. מען האט אין אוישוויץ אומגעברענגט איבער א מיליאן אידן אנשים נשים וטף, און ווי אויך ארום 22,000 ציגיינער. דער דאקטאר מענגעלע פלעגט שטיין ביים טויער פון אושוויץ אין טייטלען רעכטץ אדער לינקס. רובא דרובא אלטע אידן, פרויען, און קליינע קינדער, זענן געשיקט געווארן אויף לינקס, ווי זיי זענן ליידער לעבעדיג פארגאזט אין פארברענט געווארן הי"ד. די איבריגע זיינן געשיקט געווארן אין ארבייט'ס לאגערן, ווי מען האט ביטער שווער געארבעט פאר די פארשאלטענע נאצים ימ"ש. היינט צי טאג איז דארט געווארן א מוזעאום ווי עס איז נאך געבליבן עטוואס א זכר ווי טויזענטער טוריסטן באזוכן יערליך, אבער די גאז קאמערן מיט רוב באראקן שטייען שוין נישט.