די ברוקלין בריק איז איינער פון די עלטסטע הענג-בריק אין אמעריקע, עס ציט זיך 1,595 פיס העכערן איסט ריווער באהעפנדיג די צוויי ניו יארק סיטי באראס ברוקלין און מאנהעטן. ווען מען האט עס געענדיג בויען איז עס געווען די גרעסטע הענג-בריק אין די וועלט און דער ערשטער אייזן שטריק בריק. די טורעמס אויף וואס דער בריק שטייט זענען עטליכע יאר געווען די העכסטע געביידעס אין צפון און דרום אמעריקע. אין 1964 האט מען עס באשטימט אלס נאציאנאלע היסטארישע לענדמארק.
מען האט עס אנגעהויבן בויען דעם 3טן יאנואר, 1870 און עס איז פארטיג געווארן 13 יאר שפעטער, און מען האט עס געעפנט דעם 24טן מאי, 1883. אין יענעם ערשטן טאג זענען 1800 אויטאס און 150,300 אריבער געגאנגען, עס האט געקאסט 15.5 מיליאן דאלער צו בויען און ארום 27 מענטשן זענען געשטארבן אין די יארן וואס מען האט געבויעט דעם בריק.