כּנרת איז די גרעסטע וואסער־איינזאמלונג (אזערע) אין מדינת ישראל פון זיס וואסער, און באניצט אלס די גרעסטע קוואל־וואסער פאר ישראל וואס ווערט טראנספארטירט דורכן לאנדישן קאנאל צו צענטראל־ און דרום־זייט ישראל. 30% פון ישראל טרינקען און באנוצן זיך מיטן וואסער פון כנרת.
]] דער נאמען כנרת שטייט שוין אין די תורה Шаблон:דיק די וואסער צום כנרת פליסט פון דעם ירדן טייך. דער כנרת באניצט אויך פאר פישעריי און פארוויילונג צו שווימען, שיפלען אד"ג.
פון דער מערב זײַט פונעם כנרת געפֿינט זיך אונטער גליל.
אין דעם כנרת איז דא צוויי פלאכן, דער אונטערשטער פלאך און דער אויבערשטער פלאך. ווען די וואסער קומט אָן צום אונטערשטן פלאך, שעפט מען נישט ארויס מער קיין וואסער כדי זאל דאס וואסער נישט ווערן געזאלצן. און ווען דאס וואסער גייט אריבער דעם אויבערשטן פלאך, עפנט מען דעם דגניה־דאמבע, כדי זאל דער כנרת נישט איבערלויפן.
ביז דער זעקס טאג קריג (מלחמת ששת הימים) האבן די סיריער געהאט דערלויבעניש צו שעפן וואסער פונעם כנרת כאטש וואס די גרענעץ פון סיריע איז געווען 10 מעטער ווייט אינדערויסן צפון־מזרח זייט פונעם כנרת. אבער נאך וואס ישראל האט איינגענומען דעם גולן האבן סיריע מער ניט געמעגט שעפן וואסער. און דאס איז איינע פון די סיבות וואס האט פארמיידט צו מאכן א שלום־אפמאך צווישן ישראל מיט סיריע.